"שני הנחיריים" מתרגמות את "די זון וועט אַרונטערגיין"

על סדנת התרגום בבית שלום עליכם ושירו של משה-לייב הלפרן בשבעה תרגומים חדשים

 

יעדע וואָך, דינסטיק, צוויי מאָל כּי־טובֿ, קלײַבן מיר זיך, אַ קליין גרופּע תּלמידים, צונויף אין בית־שלום־עליכם פֿאַר אַן איבערזעצונג־וואַרשטאַט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש. די גרופּע הייסט "די צוויי נאָזלעכעכר" (שני הנחיריים). ס'איז געווען מענדעלע מוכר־ספֿרים וואָס האָט געזאָגט אַז ער דאַרף ייִדיש און העברעיִש ביידע ווי מען דאַרף די צוויי נאָזלעכער כּדי צו אָטעמען. מיר זיצן אין אַ קרײַז און אין מיטן זײַנען "אונדזערע צוויי נאָזלעכער" – אונדזערע צוויי געטרײַע לערערס, בני מר און וויקי שיפֿריס, וואָס העלפֿן אונדז אָטעמען און געפֿינען דעם וועג ווען מיר בלאָנדזשען אין די מעגלעכקײטן פֿון איבערזעצונג. זי רעדט אויף מאַמע־לשון און ער רעדט לשון־קודש. יעדע וואָך באַקומען מיר אַ נײַעם סורפּריז און אַ פֿאַרמעסט איבערצוזעצן פֿון פֿאַרשיידענע זשאַנערס. מיר זעצן איבער טיילן פֿון ביכער, קורצע דערציילונגען פֿון די אַמאָליקע צײַטונגען, אַרטיקלען און עסײען.

פֿון מאָל צו מאָל פֿאַרנעמען מיר זיך מיט דעם פֿאַרמעסט איבערצוזעצן אַ ליד. אין דעם שטעקן אַנדערע אַספּעקטן וואָס מען דאַרף באַרעכענען, וואָס עקזיסטירן נישט אין פּראָזע. אַ ליד האָט אַ סטרוקטור, ריטעם און גראַמען. ס'אַ פֿראַגע  צי מע זאָל אויפֿהיטן די אָ דרײַ צי ניט, ווי מען טוט גאַנץ אָפֿט לויט אַ מאָדערנער צוגאַנג. אויפֿהיטן די גראַמען און ריטעם אויף העברעיִש קען זײַן שווער און אַ אמתער פֿאַרמעסט. וועלכע גראַמען צו ניצן?  אַבֿרהם אבן־עזרא האָט געשריבן: "לא תחרוז בשור ובחמור, / שלח תשלח את השור למישור / ואת החמור לארץ המור".

דאָס לעצטע מאָל איז אונדזער פֿאַרמעסט געווען איבערצוזעצן משה־לייב האַלפּערנס אַ ליד, "די זון וועט אַרונטערגיין":

די זון וועט אַרונטערגיין אונטערן באַרג

וועט קומען אַ שטילע די ליבע צו גיין.

וועט קומען אַ שטילע די ליבע צו גיין

צום אומעט, וואָס זיצט אויף אַ גאָלדענעם שטיין

און וויינט פֿאַר זיך איינעם אַליין.

 

די זון וועט אַרונטערגיין אונטערן באַרג,

וועט קומען די גאָלדענע פּאַווע צו פֿליִען.

וועט קומען די גאָלדענע פּאַווע צו פֿליִען

און מיטנעמען וועט זי אונדז אַלע אַהין,

אַהין וווּ די בענקשאַפֿט וועט ציִען.

 

די זון וועט אַרונטערגיין אונטערן באַרג,

וועט קומען די נאַכט און וועט זינגען ליו־ליו.

וועט קומען די נאַכט און וועט זינגען ליו־ליו

אַריבער די אויגן, וואָס פֿאַלן שוין צו

צו שלאָפֿן אין אייביקער רו.

 

ווי אַזוי נעמט מען איבערזעצן אַזאַ ליד? צום גליק האָט דאָס ליד אַ מעלאָדיע און אַ ריי גרויסע זינגערס וואָס זינגען עס. מען שיקט אַלעמען לינקס כּדי מע  זאָל קענען זיך צוהערן צו דעם ניגון. ס'איז גרינגער צו פֿאַרשטיין און אויפֿצוהיטן דעם ריטעם ווען מען זינגט. יעדער איינער פּראָבירט איבערזעצן און זינגען די איבערזעצונג אין דער היים.

די ייִדישע שפּראַך איז אפֿשר אַ ביסל אַלט, אָבער די גרופּע איז גאַנץ מאָדערן. מען האָט אַ גרופּע־וואָטסאַפּ. ווען מען קומט און זיצט אין קלאַס שיקט יעדע איינער זײַן איבערזעצונג צו דער גרופּע. זי לייענט און שטעלט פֿאָר איר איבערזעצונג און אַלע קענען זי זען אויף דער צעלקע. מען פֿאַרגלײַכט, מען דיסקוטירט, מען לייגט פֿאָר אַנדערע לייזונגען. מיט דעם אָ ליד האָבן מיר באַגעגנט עטלעכע שוועריקײטן און יעדערע האָט געפֿונען אַן אַנדער געדאַנק ווי אַזוי אַרויסצוקריכן פֿון דער פּראָבלעם.

פֿון אָנהייב איז אונדז קלאָר געווען אַז אין דער לעצטער שורה האָט "אייביקער רו" צו טאָן מיט שטאַרבן. צוויי חבֿרטעס האָבן שיין מצליח געווען אין צוויי אופֿנים, אַרײַנוועבן ווערטער פֿון אל־מלא־רחמים. נאוה האָט געשריבן "זוהר רקיע" און רבֿקה האָט געניצט "יכניסנו בסתר כנפיו".  

מיר האָבן זיך געקווענקלט וואָס איז דער "אומעט אויף אַ  גאָלדענעם שטיין" און וואָס צו טאָן מיט דער בענקשאַפֿט. אַן אַנדערע טשיקאַווע פֿראַגע איז געווען לגבי דעם "אײַ־ליו־ליו". ווי אַזוי זינגט מען עס אין די העברעיִשע וויגלידער? נתן אַלתּרמן האָט געשריבן איז זײַן ליד "והיי לי לו, והיי לו לי והיי לי לנו לכולנו". איינע האָט גענוצט "היי לי לה" און "מועצת גדולות התרגום" האָט עס נישט אָנגענומען. נאוה האָט געפֿונען אַ פּאַסיק געדאַנק און געשריבן "הלילה יבוא וישיר נומה נים".

אַ מאָל, נאָך דעם אַז מיר זעצן איבער, באַקומען מיר די ווערסיע פֿון אַ באַקאַנטער איבערזעצר. אַ מאָל באַמערקן מיר אַז די גרויסע איבערזעצערס האָבן נישט געטאָן אַזאַ גוטע אַרבעט... פֿון דער אַנדערער זײַט קענען מיר זייער אָפּשאַצן די מלאכה און קונסט פֿון שיינע איבערזעצונגען.

אירית שרון, יוני 2018

 

על משה לייב הלפרן (האַלפערן) ושירו

נולד ב-1886 בזלוצ'ב באזור לבוב, גליציה (היום אוקראינה). בן 12 הובא לווינה ושם התחנך. התחיל לכתוב בגרמנית ורק כששב לזלוצ'ב (1907) החל לכתוב ביידיש. ב-1908 ברח מגיוס לניו יורק. היה מקורב לקבוצת המודרניסטיים "די יונגע". ב-1919 ראה אור ספרו הראשון "אין ניו יאָרק", ב-1924 – "די גאָלדענע פאַווע". מת בן 46 ב-1932.

השיר "די זון וועט אַרונטערגיין" הוא שיר קצר. יש בו מאפיינים של שיר ערש: הוא מדבר על סוף היום, על חושך, יש בו חזרות על שורות, ומקצב של שירה עם לחן. אווירת השיר היא מטאפיזית. זוהי שעת בין השמשות, בין דמדומים ללילה,  פרק זמן שאי אפשר לתחום במדויק, שיש בו מעבר הדרגתי וכמעט בלתי מורגש מאור אחרון לחושך, זמן קסום ומסתורי, והכל יכול לקרות בו, גם אם אינו נמשך אלא שניות ספורות. השיר כולו כתוב בזמן עתיד, ומתאר מה יקרה באותו רגע קסום – אהבה תגיע חרישית לעצב שיישב על אבן מוזהבת (אולי האבן מוארת בקרני השמש האחרונות), ואז יישמע באוויר משק כנפיה של ציפור אגדית – טווס הזהב. והוא ייקח את כולנו, בלי שאנחנו יודעים מי הם "כולנו",  במעוף אל מקום שגם הוא אינו ציון מקום ברור, אך אליו מושכים הגעגועים.  כשהלילה יירד על העולם יגיע אתו גם המוות. זהו מוות המגיע כמו תופעת טבע, כמו שקיעה וכמו לילה, מוות ששוקעים לתוכו תוך שיר ערש רך ששר הלילה, מוות שהוא מרגוע נצחי ומתואר למעשה רק בשתי המילים האחרונות בשיר – אייביקע רו.

רחל שליטא

  

*

השמש תשקע אל מעבר להר.

דומם אל הצער תבוא אהבה.

דומם אל הצער תבוא אהבה.

יושב הוא על אבן קרה זהובה,  

בודד ורוחו עָצֵבה.         

 

השמש תשקע אל מעבר להר.

טווס הזהב ביעף אז יגיע.

טווס הזהב ביעף אז יגיע.

יישא הוא אותנו בזוהר רקיע

אי אן בעקבות געגוע.

 

השמש תשקע אל מעבר להר.

הלילה יבוא וישיר נומה נים.

הלילה יבוא וישיר נומה נים

וכבר עפעפי העיניים נופלים

לקראת מנוחת עולמים.   

נאוה ליטבק

 

*

השמש תשקע אז מעבר להר

תופיע האהבה חרש ותבוא,

תופיע האהבה חרש ותבוא

לעצב היושב על אבן זהב

ובוכה לבדו אל לבו.

 

השמש תשקע אז מעבר להר,

טווס הזהב אז יפרוש את כנפיו,

טווס הזהב אז יפרוש את כנפיו

ויישא את כולנו אי-שם למרחב,

למקום שנכספנו אליו.

 

השמש תשקע אז מעבר להר,

הלילה יבוא וישיר לו-לי-לו,

הלילה יבוא וישיר לו-לי-לו

מעל עפעפיים כבדים ההולכים

ושוקעים לאטם במנוחת עולמים.

עירית עילם

  

*

השמש תשקע אל מעבר להר

אהבה חרישית תבוא מאי שם

אהבה חרישית תבוא מאי שם

העצב ינוח על אבן זהב

ויבכה בבדידות על חייו

 

השמש תשקע אל מעבר להר

טווס הזהב יתעופף ויבוא

טווס הזהב יתעופף ויבוא

יאסוף במעופו את כולנו, לאן?

למחוזות געגוע, לארץ נבו

 

השמש תשקע אל מעבר להר

הלילה ירד וישיר הי לי לו

הלילה ירד וישיר הי לי לו

יכסה בדממה את עיני נרדמים

שנאספו למנוחת עולמים.  

לאה פרייס

  

*

השמש תשקע לה מעבר להר

תלך אהבה ותבוא לה שקטה.

תלך אהבה ותבוא לה שקטה

אל היגון היושב על אבן זהב

ובוכה את עצמו, עצמו בלבד.

 

השמש תשקע לה מעבר להר,

יבוא טווס הזהב באוושת כנף.

יבוא טווס הזהב באוושת כנף

ויישא את כולנו למקום ההוא,

מקום בו הגעגוע מושך ונטוע.

 

השמש תשקע לה מעבר להר

יבוא לו הלילה וישיר לוּ לי לוּ.

יבוא לו הלילה וישיר לוּ לי לוּ

על עיניים שזה מכבר נעצמו

למנוחה נכונה ותנומת עולמים.

חנה קולר

  

*

השמש תשקע שם מעבר להר

תפסע לה בשקט אותה אהבה.

תפסע לה בשקט אותה אהבה

על אבן זהב נח למעצבה

ומשמיע קולות יבבה.

 

השמש תשקע שם מעבר להר

וידאה במעופו טווס הזהב

וידאה במעופו טווס הזהב

ויכניסנו בסתר כנפיו

אל מקום לו לבנו נכסף.

 

השמש תשקע שם מעבר להר

הלילה ישמיע ניגון לחולמים

הלילה ישמיע ניגון לחולמים

שאת העיניים הם עוצמים

שוקעים למנוחת  עולמים.

רבקה שיין כחלון

 

*

תשקע החמה אל מעבר להר

תבוא לעולם אהבה חרישית,

תבוא לעולם אהבה חרישית

אל צער רובץ על גב סלע מוזהב,

בוכה בדמעות על חייו.

 

תשקע החמה אל מעבר להר

טווס הזהב יתקרב במעופו,

טווס הזהב יתקרב במעופו,

יישא את כולנו, כך יחד ננוע

לאן שנוהה געגוע.

 

תשקע החמה אל מעבר להר

תגיע שעת-ליל ותזמר אי לו לי,

תגיע שעת-ליל ותזמר אי לו לי

עיניים שכבר נעצמו בעדנה

שוקעות במנוחה נכונה.

רחל שליטא

 

*

השמש תשקע מעבר להר

ותבוא בשקט האהבה

ותבוא בשקט האהבה

אל עצבת על אבן מוזהבת יושבה

ובוכה לעצמה עצובה

 

השמש תשקע מעבר להר,

ויבוא ביעף טווס הזהב

ויבוא ביעף טווס הזהב

ויישא את כולנו אי שמה יחדיו

אל אשר יישאו געגועיו

 

השמש תשקע מעבר להר,

יגיע הלילה ושיר על שפתיו

יגיע הלילה ושיר על שפתיו

שיר ערש לזה שעצם את עיניו

לישון לנצח עכשיו.

אירית שרון

 

*

מעבר להר החמה אט תשקע

בהס ודממה בוא תבוא אהבה.

בהס ודממה בוא תבוא אהבה

תיגע בו, בעצב, על אבן זהב

שם יושב הוא בודד ודומעות עיניו.

 

מעבר להר החמה אט תשקע

כנפיים יפרוש אז טווס הזהב.

כנפיים יפרוש אז טווס הזהב

ואותנו ייקח, רק אותנו יישא

למקום געגוע כיסוף ותפילה.

 

מעבר להר החמה אט תשקע

שיר ערש יושר כי הלילה ירד.

שיר ערש יושר כי הלילה ירד

ייעצמו העיניים, תבוא הדממה

מנוחת עולמים ושינה עמוקה.

יהודית שלו